Gilgulim

Français English
וועלוול טשערנין
איך בין געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע אין 1958. די מוטער — אַ געבוירענע אין פּיריאַטין, פּאָלטאַווער געגנט, מזרח־אוקראיִנע, דער פֿאָטער - אַ געבוירענער אין מאָסקווע. דעם טאַטנס טאַטע איז געווען אַ ייִד פֿונעם שטעטל סענאָ, מזרח־ווײַסרוסלאַנד, דעם טאַטנס מוטער — אַ קריסטלעכע רוסישע.

קינדווײַז פֿלעג איך פֿאַרברענגען זומער־וואַקאַציעס אין פּיריאַטין, וווּ עלטערע ייִדן פֿלעגן רעדן געוויינלעך אויף ייִדיש. דערבײַ מיט די קינדער אויך מיט מיר פֿלעגט מען רעדן מערסטנס אוקראַיִניש און רוסיש. אין שול האָב איך זיך געלערנט אויף רוסיש.

איך האָב אָנגעהויבן רעדן ייִדיש דווקא פּרינציפּיעל ווײַל כ’האָב געהאַלטן, אַז דאָס איז אונדזער ייִדיש לשון און מע טאָר ניט זיך שעמען צו זײַן אַ ייִד. דעמאָלט בין איך געווען נאָך אַ קינד און כ’האָב ניט געוווּסט, אַז ס’איז פֿאַראַן אויך העברעיִש. אַ יאָר 12 אַלט האָב איך זיך אויסגעלערנט צו לייענען ייִדיש. עס האָבן מיר דערבײַ געהאָלפֿן מײַנע זיידעס.

ווען איך בין געווען 16 – 17 יאָר אַלט האָב איך זיך אײַנגעשלאָסן אין דער אומלעגאַלער ציוניסטישער באַוועגונג און כ’האָב אָנגעהויבן צו לערנען העברעיִש. פֿונדעסטוועגן זענען די ליבע צו ייִדיש און דאָס געפֿיל, אַז דווקא איז דאָס אונדזער לשון, וואָס מיר האָבן עס געירשנט פֿון די זיידעס־באָבעס, מיט מיר געבליבן אויף תּמיד.

איך האָב פֿאַרענדיקט דעם היסטאָרישן פֿאַקולטעט פֿונעם מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט אויף לאָמאָנאָסאָווס נאָמען, דערנאָך די ייִדיש־גרופּע פֿון די העכערע ליטעראַרישע קורסן בײַם ליטעראַטור־אינסטיטוט אויף גאָרקיס נאָמען אין מאָסקווע. דערנאָך האָב איך פֿיר יאָר געאַרבעט אין דער רעדאַקציע פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד”. דערנאָך ביך איך געווען אַ ליטעראַטור־קאָנסולטאַנט אין פֿאַרשיידענע ייִדישע טעאַטער־קאָלעקטיוון אין ראַטן–פֿאַרבאנד. אין יאַנואַר 1990 בין איך עולה געווען קיין ישׂראל. דאָ האָב איך פֿאַרטיידיקט אַ דאָקטאָר־דיסערטאַציע אינעם ייִדיש־צענטער פֿונעם בר־אילן אוניווערסיטעט. געאַרבעט ווי אַ לעקטאָר פֿאַר ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור אין בן־גוריון אוניווערסיטעט אין באר־שבֿע און אין בר־אילן אוניווערסיטעט. אין 2003 – 2007 בין איך געווען אַ סוכנות־שליח אין רוסלאַנד. בשעת־מעשׂה האָב איך געלערנט ייִדיש און די ייִדישע ליטעראַטור אין אוניווערסיטעטן פֿון מאָסקווע און פּעטערבורג. אין אויגוסט 2007 האָב איך זיך אומגעקערט קיין ארץ־ישׂראל.

ווי אַ דיכטער האָב איך דעביוטירט אין 1983 אין „סאָוועטיש היימלאַנד”. כ’האָב זיך געדרוקט אין פֿאַרשיידענע פּעריאָדישע אויסגאַבעס : „ביראָבידזשאַנער שטערן”, „בײַ זיך”, „די גאָלדענע קייט”, „ירושלימער אַלמאַנאַך”, „נײַע וועגן”, „טאָפּלפּונקט”,„פֿאָרווערטס” א”אַ. איך האָב פֿיר זין און אַ טאָכטער און איך וווין אינעם ייִשובֿ כּפֿר־אלדד אין מדבּר־יהודה, צום דרום־מזרח פֿון ירושלים.

ביבליאָגראַפֿיע :

  • „בין־השמשות”, לידער, תּל־אָבֿיבֿ, ישׂראל־בוך, 1997
  • „דער וועלפֿישער ניגון”, לידער, תּל־אָבֿיבֿ, ישׂראל־בוך, 2001
  • „אלבּא דידי”, לידער, תּל־אָבֿיבֿ, לייוויק־פֿאַרלאַג, 2004
  • „תּרשיש”, לידער, מאָסקווע, מעדיאַ־פֿאָרמאַט, 2007
  • איין צוויי־שפּראַכיקע זאַמלונג – ייִדישע אָריגינאַלן באַגלייט מיט רוסישע איבערזעצונגען פֿון וואַלערי סלוצקי :
    „אויסדערוויילטע לידער”, קדומים 2005
  • איין העברעיִשע לידער־זאַמלונג - אָריגינעל־העבריִשע און אויטאָרישע איבערזעצונגען פֿון אָריגינעל־ייִדישע ווערק :
    „מוסף”, מאָסקווע, מעדיאַ-פֿאָרמאַט, 2007
  • באַזונדערע לידער מײַנע זײַנען דערשינען אויך אין איבערזעצונגען אויף אַנדערע שפּראַכן — אוקראַיִניש, פֿראַנצויזיש, דײַטש, ענגליש.