
איך בין געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין אַ דאָרף אין עסטרײַך אין 1965 איך בין געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין אַ דאָרף אין עסטרײַך אין 1965. קיין שײַכות צו ייִדיש און צו ייִדישקייט האָט מײַן משפּחה ניט געהאַט, אָבער דאַכט זיך, אַז דער עסטרײַכער דיאַלעקט, וואָס איך בין מיט אים אויסגעוואַקסן, האָט אַ סך ענלעכקייטן צו ייִדיש אי אין זײַן גראַמאַטיק, אי אין אַ סך ווערטער, וואָס אין הויכדײַטש געפֿינט מען זיי ניט, און אַז דאָס האָט מיר געהאָלפֿן שפּעטער בײַם אויסלערנען זיך ייִדיש.
אָבער ווי אַזוי בין איך געקומען צו שרײַבן לידער אויף ייִדיש ? עס איז ניט גרינג צו ענטפֿערן אויף אַזאַ פֿראַגע. עס הייבט זיך שוין אָן מיט דעם, אַז איך קען ניט זאָגן גענוי, פֿאַר וואָס איך האָב זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדישקייט בכלל. דאָס איז געווען נאָך דעמאָלט, ווען איך בין געגאַנגען אין גימנאַזיע. קיין ייִדן האָב איך דעמאָלט פֿאַקטיש ניט געזען אָדער געקענט, שוין אָפּגערעדט פֿון ייִדיש־רעדערס. אַז אַזאַ שפּראַך „ייִדיש” איז פֿאַראַן האָב איך זיך דערוווּסט צום ערשטן מאָל, ווען אַ פֿרײַנד האָט מיר געשפּילט אַ פּאָר ייִדישע לידער אויף אַ פּלאַסטינקע. הײַנט ווייס איך אַז די זינגערס האָבן אַליין ווייניק אַנונג געהאַט וועגן ייִדיש. אָבער עס האָט מיך פֿאַרכאַפּט. איך האָב געזוכט ליטעראַטור, אָבער אַפֿילו רעכט ניט געוווּסט, וווּ אַ זוך צו טאָן. האָב איך געלייגט מײַנע האָפֿענונגען אויף ווין. דאָרטן, אין אוניווערסיטעט, וועט מען מיר שוין זאָגן אַלצדינג, וואָס איך וויל און דאַרף וויסן…
די באַציִונג צו דעם ענין „ייִדן” איז אין עסטרײַך סײַ ווי אין די זיבעציקער יאָרן געווען זייער אַ מאָדנע. מסתּמא האָט עס מיך טאַקע געשטויסן צו פֿאַראינטערעסירן זיך מער, וואָס די עלטערע מענטשן האָבן אַרום דעם געמאַכט עפּעס אַ מין סוד, אַזוי ווי אַרום דעם ענין (להבֿדיל) פֿון סעקס. איצט פֿאַרשטיי איך אַז דער „סוד” איז געווען דער חורבן. אַוודאי האָט מען געהערט וועגן ישׂראל, דעם מיטעלן מיזרח, דער „פּאַלעסטינער פֿראַגע”. אַז עס האָט אַ שײַכות צו דער עסטרײַכישער געשיכטע, האָב איך פֿאַרשטאַנען מיט דער צײַט, און איך בין ניט געווען דער איינציקער אין דעם פּרט. דער „עסטרײַכישער לעבנס־ליגן”, וואָס מען האָט אויפֿגעבויט נאָך דער מלחמה, האָט קלאָר אָנגעהויבן זיך צעברעקלען אין דער מיט פֿון די 80ער יאָרן, אַרום דער צײַט, דער עיקרשט האָט עס זיך אַרויסגעוויזן דעמאָלט, ווען מען האָט אויסגעקליבן וואַלדהײַם ווי אַ פּרעזידענט פֿון עסטרײַך. פּלוצעם איז די פֿאַרגאַנגענהייט געשטאַנען אויפֿן סדר־היום. עס איז געווען אַ גאַנץ שפּאַנענדיקע צײַט פֿאַר ייִדישע לימודים אין ווין.
געווען מענטשן, וואָס האָבן געטענהט אַז די דאָזיקע שטרעבונג מײַנע מוז זיך נעמען פֿון דעם וואָס איך האָב געהאַט ייִדישע אָבֿות. וואָס דען קען דערקלערן אַזאַ מין אינטערעס ? אַנדערע האָבן געהאַלטן, אַז דאָס מוז זײַן אַן ענין פֿון גילגול–הנפֿש. אַזוי „דערקלערט” זיך די מאָדנע דערשײַנונג דאָך גאַנץ פּשוט. אַז אַזעלכע דערקלערונגען פֿאָדערן אַליין אַ דערקלערונג, האָב איך פֿאַרשטאַנען. וואָס קען מען זאָגן וועגן אַזעלכע שטותים ? אָבער רעדנדיק ערנסט, איז עס געווען זייער פּשוט. איך האָב זיך אײַנגעשריבן אין אוניווערסיטעט אינעם יודאַיִסטישן אינסטיטוט. ייִדיש האָט מען דאָרטן דערלאַנגט נאָר אויפֿן שפּיץ מעסער. ניט געקוקט אויף דעם, בין איך געוואָרן אַ שטיקל „ייִדישיסט”. געפֿאָרן אויף דעם זומער־פּראָגראַם אין אָקספֿאָרד אין 1992. דאָרטן האָב איך געפֿונען גוטע לערערס. זומער 1994 בין איך אויך געווען און מיר האָבן געדאַרפֿט שרײַבן היימאַרבעטן. איז מיר אײַנגעפֿאַלן צו שרײַבן אַ ליד.
דאַכט זיך, דערפֿאַר, ווײַל עמעצער האָט עס שוין געהאַט געטאָן. אויף דײַטש האָב איך שטענדיק געשריבן לידער. האָב איך געפּרוּווט אויף ייִדיש. גענאַדי עסטרײַך האָט געהאַלטן, אַז דאָס ליד טויג, און צוגעזאָגט, אַז ער וועט עס אָפּדרוקן אין זשורנאַל „די פּען”, וואָס האָט דעמאָלט אָנגעהויבן אַרויסגיין. מיט אַ פּאָר נומערן שפּעטער איז עס טאַקע געווען אָפּגעדרוקט דאָרטן. פֿאַר מיר איז עס געווען אַ גרויסע דערגרייכונג.
און אַזוינס וויל מען דאָך, עס זאָל זיך איבערחזרן. האָב איך געשיקט ווײַטער. ניט אַלצדינג האָט געטויגט. אָבער מיט דער צײַט האָב איך פֿאַרשטאַנען, וואָס איך קען און וואָס איך קען ניט. אָבער מען קען דאָך טענהן, אַז אין ליטעראַטור איז מען שטענדיק אַן אָנהייבער. אַזאַ צוגאַנג צו דער פּראָבלעם באַרויִקט מיך אַ ביסל.