Gilgulim

Français English
שלום בערגער

גוטע קענערס פֿון העברעיִש, האָבן זיך באַקענט אויף אַ לימוד־יאָר אין ישראל. אין דער היים האָט מען אָבער גערעדט ענגליש. איך האָב זיך אינטערעסירט אין ייִדיש ווען איך בין געווען אין מיטלשול - דאָס ערשטע געפּרוווט לייענען גראָד די ראָמאַנען פֿון שלום אַש, צום בײַשפּיל „דער מאַן פֿוּן נצרת”.
איך בין פֿון פֿאַך דאָקטער־מעדיצין און אַן עפּידעמיאָלאָג . איך באַהאַנדלט די קראַנקע, די אָרעמע־לײַט און די אימיגראַנטן פֿוּן ניו־יאָרק און האָב הנאָה דערפֿון. איך בין פֿון שרײַבערישער נטיה אַ פּאָעט, פֿון געזעלשאַפֿטלעכער נייטיקייט אויך אַ שטיקל פּראָזאַיִקער און אַ זשורנאַליסט. און פֿון מאָל צו מאָל אויך - אַ בלאָגער. איך נעם אָנטייל אין פֿאַרשיידענע איבערזעצונג־פּראָיעקטן און איך בין געווען דער מיט־אַרויסגעבער מיט מײַן פֿרוי פֿון די ווײַטערדיקע ביכער : „די ייִדישע שטוב”, „די קאַץ דער פּאַיאַץ” און „דזשאָרדזש דער נײַגעריקער”. איך גרייט צו אַ בוך אונטערן טיטל „זאָג כאָטש להבֿדיל”. איך וווין אויף דער אַלט־נײַער איסט־סײַד פֿון מאַנהעטן מיט מײַן פֿרוי און טאָכטער, קעגן איבער דעם אַלטן פֿאָרווערטס־בנין און אויף יענער זײַט בריק פֿון אַ ייִדישן ים מיט חסידים.