

|
|
רבֿקה באַסמאַן בן־חיים

רבֿקה באַסמאַן בן־חיים איז געבוירן געוואָרן אין דער ליטע אין 1925. זי האָט איבערגעלעבט די ווילנער געטאָ און צוואַנגלאַגערן פֿאַר פֿרויען. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט זי זיך באַטייליקט אין דער בריחה־באַוועגונג אין אייראָפּע און איז עולה געווען אין ארץ־ישׂראל אין 1947, וווּ זי האָט אָנטייל גענומען אין דער באַפֿרײַונג־מלחמה. זי האָט פֿאַרענדיקט אַ לערער־סעמינאַר אין ישׂראל, און שטודירט ענגליש און ליטעראַטור אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט (ניו־יאָרק). זי האָט געלעבט און געאַרבעט ווי אַ לערערין אין קיבוץ המעפּיל.
ווען איר מאַן, דער מאָלער מולה בן־חיים, איז געווען קולטור־אַטאַשע אין דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע,
אין די יאָרן 1962–1965, האָט זי געלעבט אין מאָסקווע.
זי האָט מיטגעגרינדט די ליטעראַרישע גרופּע „יונג ישׂראל“ אין די 1950ער יאָרן. אירע געזאַמלטע לידער זענען דערשינען אין 2006 אין לייוויק־פֿאַרלאַג אונטערן טיטל „לכּבֿוד איך און דו“.
ביבליאָגראַפֿיע :
- „טויבן בײַם ברונעם“, לידער, תּל־אָבֿיבֿ, פּרץ־ביבליאָטעק, 1959.
- „בלעטער פֿון וועגן“, לידער, תּל־אָבֿיבֿ, ישׂראל־בוך, 1967
- „ליכטיקע שטיינער“, לידער, תּל־אָבֿיבֿ, ישׂראל־בוך, 1972
- „צעשאָטענע קרעלן“, לידער, תּל־אָבֿיבֿ, ישׂראל־בוך, 1982.
- „אָנרירן די צײַט“, לידער, תּל־אָבֿיבֿ, ישׂראל־בוך, 1988
- „די שטילקייט ברענט“, לידער, תּל־אָבֿיבֿ, ישׂראל־בוך, 1992
- „די ערד געדענקט“, לידער, תּל־אָבֿיבֿ, ישׂראל־בוך, 1998
- „די דרײַצנטע שעה“, לידער, תּל־אָבֿיבֿ, ישׂראל־בוך, 2000
- „לכּבֿוד איך און דו“, לידער, תּל־אָבֿיבֿ, ה. לייוויק־פֿאַרלאג, 2006
|
|
|
|