Gilgulim

Français English
מיכאל פֿעלזענבאַום

איך בין געבוירן געוואָרן אין אַ ייִדיש־שפּראַכיקער אוקראַיִניש־רומענישער משפּחה אין 1951. איך בין אויסגעוואַקסן אינעם קליינעם ייִדישן שטעטל פֿלאָרעטש. אין דער היים, אויף דער גאַס און אין שול האָט מען גערעדט דרײַ שפּראַכן : ייִדיש, רומעניש און רוסיש. איך האָב שטודירט אין רוסלאַנד, אוקראַיִנע, מאָלדאָווע און ישׂראל - טעאַטער־רעזשי און פּעדאַגאָגיק, מוזיקאָלאָגיע, פּסיכאָלאָגיע, לעקסיקאָלאָגיע, אַלגעמיינע געשיכטע פֿון קונסט, אַלגעמיינע און ייִדישע ליטעראַטור. איך האָב געגרינדט און אָנגעפֿירט מיט צוויי ייִדישע טעאַטערס. איך האָב געוווינט און געאַרבעט אין אַ סך אייראָפּעיִשע לענדער און איך וווין אין ישׂראל זינט 1991. ייִדיש איז מײַן ערשטע שפּראַך, מוטערשפּראַך און בײַ מיר איז בכלל ניט געשטאַנען קיין פֿראַגע אויף וועלכער שפּראַך צו שרײַבן. איך בין ניט זיכער, אָבער איך מיין אַז אויף מײַנע ווערק האָבן געהאַט אַ גרויסע ווירקונג די טויזנטער גוטע, מיטלמעסיקע און שלעכטע שרײַבערס, וועלכע איך האָב געקענט, געלייענט און שטודירט.

וויכטיקסטע אויסגאַבעס :

  • „עס קומט דער טאָג“, לידער, תּל־אָבֿיבֿ, ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט, ירושלים, 1992.
  • „אַ ליבע־רעגן“, לידער, תּל־אָבֿיבֿ, י. ל. פּרץ, 1994.
  • „דער נאַכט־מלאך“, תּל־אָבֿיבֿ, י. ל. פּרץ, 1997.
  • „און איצט בין איך דײַן ניגון“, לידער, תּל־אָבֿיבֿ, לייוויק־פֿאַרלאַג, 1998.
  • „שבתדיקע שוועבעלעך“, ראָמאַן, תּל־אָבֿיבֿ, לייוויק־פֿאַרלאַג, 2004.
  • „בענקשאַפֿט“, לידער, תּל־אָבֿיבֿ, מנורה־פֿאַרלאַג, 2007.
  • „אַ ליבע נאָכן טויט”, דערציילונגען, תּל–אָבֿיבֿ, מנורה–פֿאַרלאַג, 2009
  • נאָסטאַלגיע, פּאָעמע, ייִדיש–פֿראַנצייזישע אויסגאַבע, איבערזעצונג אויף פֿראַנצייזיש : בתיה בוים, תּל–אָבֿיבֿ/פּאַריז, מנורה–פֿאַרלאַג/מעדעם–ביבליאָטעק, 2009
אַ טייל ביכער זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אויף העברעיִש, דײַטש און רוסיש. אַ גרויסע צאָל לידער און דערציילונגען זײַנען דערשינען אין איבערזעצונגען אויף דײַטש, פֿראַנצייזיש, שפּאַניש, ענגליש, רומעניש, רוסיש, יאַפּאַניש און טשעכיש.