Gilgulim

Français English
לעוו בערינסקי
  • 1939 — געבוירן געוואָרן אין בעסאַראַביע (צו יענער צײַט – רומעניע).
  • 1953 — דעביוטירט מיט רוסישע לידער.
  • 1981 — דעביוטירט מיט לידער אויף ייִדיש.
  • 1968-1963 — שטודירט אין דעם סמאָלענסקער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. דיפּלאָם : דײַטש־לערער
  • 1970-1965 — שטודירט אין דעם מאָסקווער ליטעראַטור־אינסטיטוט אויף מ. גאָרקיס נאָמען בײַם סאָוועטישן שריפֿטשטעלער־פֿאַרבאַנד. סעקציע : פּאָעזיע און פּאָעטישע איבערזעצונג. דיפּלאָם : ליטעראַטור־אַרבעט.
  • 1983-1981 — ייִדיסטיק־שטודיעס אויף די העכסטע ליטעראַרישע קורסן בײַם סאָוועטישן שריפֿטשטעלער־פֿאַרבאַנד. דיפּלאָם : ייִדישער ליטעראַטור־רעדאַקטאָר.
  • 1987 — אינטענסיווער קורס בײַם בוקאַרעשטער אוניווערסיטעט : רומענישע ליטעראַטור, פֿאָלקלאָר און געשיכטע.
  • זינט 1991— פֿרײַער ליטעראַט און זשורנאַליסט אין ישׂראל.
ליטעראַטור־סטיפּענדיעס אין דײַטשלאַנד : רענדסבורג (1993 און 1994), בערלין (1995), מינכען (1999).

אָנטייל־נעמער פֿון די אינטערנאַציאָנאַלע פּאָעזיע־פֿעסטיוואַלן אין ירושלים, ראָטערדאַם, סאָלאָטורן (שווייץ), באַזעל, בוקאַרעשט, קאַטאַניאַ א”אַ.

אויטאָר־לייענונגען אין אייראָפּע, דער עיקר אין דײַטשלאַנד —  אין בערלין, האַמבורג, האַנאָווער, פֿראַנקפֿורט, שטוטגאַרט, מינכען, פֿרײַבורג, מאַנהײַם, וווּפּערטאַל, אָפֿענבאַך, ליובעק, צעלע און אַנדערע שטעט.

וויכטיקסטע ליטעראַטור־פּרײַזן :

  • Twentieth Century Award for Achievements ( IBC, Cambridge) — 1992
  • 1997 — דוד האָפֿשטיין־פּרײַז (תּל־אָבֿיבֿ).
  • 1997 — איציק מאַנגער־פּרײַז (תּל־אָבֿיבֿ).
  • 2001-1998  — פֿאָרזיצער פֿון דעם ייִדישן שרײַבער־ און זשורנאַליסטן־פֿאַרבאַנד אין ישראל.
וויכטיקסטע אויסגאַבעס :
  • „פֿישפֿאַנג אין ווענעציע“, לידער און פּאָעמעס, תּל־אָבֿיבֿ, לייוויק־פֿאַרלאַג, 1996
  • „דער זוניקער וועלטבוי“, לידער, מאָסקווע, פֿאַרלאַג „סאָוועטסקי פּיסאַטעל“, 1998
אויף ייִדיש און ענגליש :
  • „לופֿטבלומען“, פּאָעמע, בילדער פֿון אירענע פֿרענקעל, תּל־אָבֿיבֿ, פּרץ־פֿאַרלאג, 2001
אויף יידיש :
  • פֿישפֿאַנג אין ווענעציע, לידער און פּאָעמעס, תּל־אָבֿיבֿ, לייוויק־פֿאַרלאַג, 1996
  • דער זוניקער וועלטבוי, לידער, מאָסקווע, פֿאַרלאַג „סאָוועטסקי פּיסאַטעל”,1998
אויף רוסיש :
  • Собаки на улицах Тель-Авива, תּל־אָבֿיבֿ, פֿאַרלאַג „מוריה“, 1992
  • Смерть ветряной мельницы, דער טויט פֿון אַ ווינטמיל, סאָנעטן, תּל־אָבֿיבֿ, ביבליאָטעק מ. טשאָרני, 1996
  • На путях вавилонских, לידער און פּאָעמעס אָנגעשריבענע אויף רוסיש און אין רוסישע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, דאָנעצק, פֿאַרלאַג „טאָטשקאַ אָפּאָרי”, 2009.
אויף דײַטש :
  • Experimente mit Weltelementen, לידער, פּאָעמעס, פּראָזע, בערלין, Dodo Edition, 1998
אויף ייִדיש און רוסיש :
  • Calystegia Sepium, ליבע־לידער, תּל־אָבֿיבֿ, דאָרגראַף, 1996
אויף ייִדיש און דײַטש :
  • Rendsburger mikwe, פּאָעמע, קאָלאַזשן פֿון אינגאַ אַרו, שלעזוויג, מוזיי־קאַטאַלאָגן, 1994
אויף ייִדיש און ענגליש :
  • לופֿטבלומען, פּאָעמע, בילדער פֿון אירענע פֿרענקעל, תּל־אָבֿיבֿ, פּרץ־פֿאַרלאג, 2001