Gilgulim

Français English
בעריש גאָלדשטײן

איך בין געבױרן געװאָרן אין שטאָט ניו־יאָרק אין די פֿערציקער יאָרן, אין זײער אַ לינקער משפּחה. דעם טאַטנס משפּחה האָט געשטאַמט פֿון דער ליטע, די מאַמע אַלײן איז געבױרן געװאָרן אין קאַמינעץ־פּאָדאָלסק אין אוקראַיִנע, אָנגעקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן װען זי איז אַלט געװען זעקס יאָר. די מאַמע מיט דער באָבען האָבן גערעדט ייִדיש אין דער הײם. דער טאַטע האָט פֿאַרשטאַנען אָבער קױם גערעדט. אין די פֿריִערדיקע פֿופֿציקער יאָרן האָבן מיר זיך איבערגעצױגן הינטער דער שטאָט, װי אַזױ פֿיל אַנדערע. דאָרט האָבן די עלטערן מיך פֿאַרמישפּט אױף אַן אַזױ־גערופֿענער „פּראָגרעסיװ־ייִדיש־שולע“, װוּ מע האָט זיך געלערנט אַ פֿאַרװעלטלעכטן נוסח פֿון געשיכטע, יום־טובֿים, און מינהגים, און ייִדיש אױך. אָבער אין אָט דער שולע בין איך ניט געװען קײן גוטער תּלמיד. איך געדענק נאָך אַלץ װען איך בין אַנטלאָפֿן דורך אַ פֿענצטער כּדי אױסצומײַדן טאַנצקלאַס.

איך בין געגאַנגען אין האַרװאַרד־אוניװערסיטעט, זיך געלערנט קאָמפּיוטער־טעאָריע און פּראָגראַמירן, געאַרבעט מיט קאָמפּיוטערײַ שױן אַ פֿערציק יאָר, בין איך איצט אַ האַלב־פּענסיאָנירטער (און אױך אַ ביסל אַן אױסגעמאַטערטער). אַחוץ דער „טאָג־אַרבעט“, פֿאַרברענג איך מיט די ייִדיש־אַקטיװיטעטן אינעם באָסטאָנער געגנט װוּ איך װױן איצט, מיט שפּאַצירן אין די בערג און אינעם אַרקטיק, װאָס געפֿעלן מיר זײער (מערסטנס האָט דאָס שרײַבעכץ מײַנס צו טאָן מיט באַשרײַבונגען פֿון אָט די נסיעות). איך אַרבאָט אױך דאָ אין באָסטאָן מיט דער „באָסטאָנער־מעדעם ייִדיש־ענגליש־װערטערבוך פּראָיעקט”, צו שאַפֿן אַן ענגלישן נוסח פֿונעם ייִדיש־פֿראַנצײזישן װערטערבוך פֿון יצחק ניבאָרסקי און בערל װײַסבראָט. און מיט די צװײ אײניקלעך, שײנע מײדלקעס, אַװדאי. איך האָב דרײַ דערװאַקסענע קינדער ׃ אַ טאָכטער אַ פּסיכאָלאָגין, אַ זון אַ סצענע־סטאָליער (ער פֿאָרט אַרום איבער דער װעלט מיט פֿאַרשײדענע קאַפּעליעס), און אַ זון אַן אַדװאָקאַט. די אײניקלעך, רבֿך־חנה (אַלט פֿיר יאָר) און עמאַ־רײזל (צװײ יאָר) װױנען נאָענט מיט דער טאָכטער און דער שנור (יאָ, אַזױ איז עס), בין איך אָפֿט אַ קינד־היטער. זײ רעדן ניט קײן ייִדיש אָבער סײַ װי בין איך צו זײ דער „זײדע“.

אפֿשר איז אַ ביסל ייִדיש פֿון די קינדער־יאָרן געבליבן ערגעץ װוּ הינטן אין קאָפּ און מיט עלף־צװעלף יאָר צוריק האָב איך זיך גענומען זיך לערנען ייִדיש „נאָך אַ מאָל“ (דעמאָלט איז די מאַמע זײער קראַנק געװאָרן, האָט אפֿשר פֿרײַנד פֿרױד עפּעס צו טאָן דערמיט – װאָס װײס איך ?). איך בין געװען אין קלאַסן בײַם באָסטאָנער אַרבעטער־רינג, אין האַרװאַרד, און אין די אָקספֿאָרדער און ייִװאָ־זומער־פּראָגראַמען. איך שרײַב אױך אױף ענגליש אָבער דאָס שרײַבן אױף ייִדיש געפֿעלט מיר בעסער, פּונקט דערפֿאַר װאָס ס'איז מיר אַ צװײטע שפּראַך. קודם־כּל איז אַלץ נײַ און אינטערעסאַנט, בין איך מער זיך־װיסיק װעגן יעדן װאָרט, יעדן זאַץ. דערצו איז דאָס אױך אַ ביסל „פֿרײַער, גרינגער”, װי אױסגעבן פֿרעמדע געלט אָדער שילטן מיט פֿרעמדע װערטער.

לידער און אַרטיקלען מײַנע זענען דערשינען אינעם זשורנאַל „יוגנטרוף“, אינעם „פֿאָרװערטס“, אין „דער נײַער פֿרײַנד“, „דער ייִדישער טעם־טעם“, און „דער בײַ“. מײַנע אַן איבערזעצונג פֿונעם קאַפּיטל „בױמבאָרד“ (פֿון דזש.ר.ר. טאָלקינס „דער האַר פֿון די פֿינגערלעך“) האָט אַרױסגעגעבן דער אַלמאַנאַך „נײַע װעגן“. נאָך אַן איבערזעצונג, „די װינטער־נסיעה“ (פֿון די ערגסטע נסיעות אױף דער װעלט, פֿון אַפּסלי טשערי־גאַראַרד, װעגן סקאָטס אַנטאַרקטישער עקספּעדיציע אין 1912-1910) דאַרף דערשײַנען באַלד (קײן עין־הרע). איך אַרבעט איצט אױף אַ פּאָר אַרטיקלען װעגן מײַנע נסיעות פֿון פֿאַרגאַנגענעם זומער אין נאָרװעגיע און אין קאַליפֿאָרניע, און אױף אַן איבערזעצונג פֿון שעקלטאָנס שװערע אַנטאַרקטישע באַגעגענישן.