Gilgulim

Français English
אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט
אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט איז געבוירן געוואָרן אין 1927 אין קימפּעלינג אין בוקאָווינע (דעמאָלט רומעניע). דער טאַטע, שמואל, איז געווען אַ זייגער־מאַכער. די מאַמע האָט געהייסן רבֿקה. ער האָט איבערגעלעבט די יאָרן 1944-1941 אין געטאָ קאָפּײַגאָראָד אין טראַנסניסטריע (אוקראַיִנע). נאָך דער מלחמה האָט ער שטודירט רוסישע ליטעראַטור אין בוקאַרעשטער אוניווערסיטעט. ער איז עולה געווען אין ישׂראל אין 1964.

פֿון 1972 אָן איז אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט געווען דער רעדאַקציע־סעקרעטאַר פֿון דער צײַטשריפֿט „די גאָלדענע קייט”. ער וווינט אין פּתח–תקווה.

ביבליאָגראַפֿיע

  • היימלאַנד, לידער, בוקאַרעשט, מלוכה־פֿאַרלאַג פֿאַר ליטעראַטור און קונסט, 1952
  • אומרויִקע אותיות, לידער, תּל־אָבֿיבֿ, המנורה, 1969.
  • פּאַפּירענע זעגלען, לידער, תּל־אָבֿיבֿ : די גאָלדענע קייט, 1973.
  • וואָלקנברעמען, לידער, תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1979
  • דורכן שפּאַקטיוו פֿון א זייגער־מאַכער, תּל־אָבֿיבֿ, י. ל. פּרץ, 2000
  • בלאָע ווינקלען : איציק מאַנגער, לעבן, ליד און באַלאַדע, מאָנאָגראַפֿיע, תּל־אָבֿיבֿ, י. ל. פּרץ, 2002
  • שאָטנס קלאַפּן אין שויב : דרײַ דערציילונגען, תּל־אָבֿיבֿ, ישׂראל־בוך, 2003
  • קרימעווע : אַן אַלטפֿרענקישע מעשה, דערציילונגען, ירושלים, צור־אות, 2005
  • גרינער אומעט, לידער, תּל־אָבֿיבֿ : ה. לייוויק־פֿאַרלאַג, 2007
  • דורך פֿאררייכערטע שײַבלעך, תּל־אָבֿיבֿ : ה. לייוויק־פֿאַרלאַג, 2007
  • געטונקען אין האָניג–צער, לידער ֵ2009-2005, תּל-אָבֿיבֿ, בית-שלום-עליכם, 2009