
איך בין געבוירן געוואָרן אין שטאָט נאָוואָגראַד־וואָלינסקי (אוקראַיִנע) אין אַן אַרבעטער־משפּחה אין 1934. די היימישע שפּראַך איז געווען ייִדיש. אויף דער גאַס האָבן אַלע קינדער גערעדט אויף פֿינף שפּראַכן : ייִדיש, רוסיש, אוקראַיִניש, פּויליש און דײַטשיש. אַזאַ מין גאַס ! ווען איך האָב געדאַרפֿט גיין אין שול איז שוין קיין ייִדישע שולן ניט געווען. שרײַבן און לייענען האָב איך זיך אויסגעלערנט זעלבשטענדיק. איך האָב פֿאַרענדיקט דעם פּאָליטעכנישן אינסטיטוט אין שטאָט נאָוואָטשערקאַסק (ראָסטאָווער געגנט) אין 1957.
פֿון דעם יאָר אָן וווין איך אין
שטאָט פּערם (מערב־אוראַל). מײַן משפּחה וווינט אויך הי. מײַן גאַנץ לעבן האָב איך
געאַרבעט אויף אַ גרויסן מאַשינבוי־זאַוואָד ווי אַ שעף פֿון פֿאַרשיידענע
אָפּטיילן
איך האָב זיך אָנגעהויבן דרוקן אויף ייִדיש אין די זיבעציקער יאָרן. אין דער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן“ (ביראָבידזשאַן)
און אינעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד“ (מאָסקווע) און שפּעטער אין די
זשורנאַלן „מאַמע־לאָשן“ (מאָסקווע) און „דער נײַער פֿרײַנד“ (פּעטערבורג). מײַנע
ערשטע רעדאַקטאָרן זײַנען געווען חיים ביידער און בוזי מילער . אויף רוסיש זײַנען
דערשינען זעקס ביכער, צווישן זיי ,די „געשיכטע פֿון פּערמער ייִדישער קהילה“. איך
זעץ איבער לידער פֿון ייִדישע דיכטער אויף רוסיש און פֿון אַנדערע שפּראַכן אויף
ייִדיש